Jiddisch – Yiddish – יידיש

 

שטיצערישע טעלעפֿאָן־צענטראַלע פֿאַר טראַנססעקסואַליסטן
וואָס האָבן איבערגעלעבט דראָונגען און גוואַלדאַקטן
אין אַ נאָענטער באַציִונג אָדער סעקסועלע אָנפֿאַלן

די שטיץ־ליניע איז אַ נאַציאָנאַלע שטיצערישע טעלעפֿאָן־צענטראַלע
פֿאַר דערוואַקסענע טראַנססעקסואַליסטן, און נישט־צווײיִקע, וואָס
האָבן איבערגעלעבט פֿיזישע אָדער פּסיכישע גוואַלדאַקטן פֿון אַן
אײגענע אָדער סעקסועלע אָנפֿאַלן. אונדזערע אויפֿגאַבעס האַנדלען זיך
וועגן צוהערן, געבן פּראָפֿעסיאָנעלע עציות און אינפֿאָרמירן וועגן וווּ מע
קען קריגן הילף.

ס׳איז בחינם אונדז אָנצוקלינגען און מען איז אַנאָנים ווען מע
קלינגט אונדז אָן.מע קען ניט זען אויפֿן טעלעפֿאָן־קוויטונג אַז מע האָט
אונדז אָנגעקלונגען.

מיר רעדן שוועדיש, נאָר מיר קענען אָנשטעלן אַן איבערזעצער אויב נייטיק.

טעלעפֿאָן 00 00 55 – 020 אָפֿן אַלע טעג 11–19

NCK פֿירט אָן מיט דער שטיץ־ליניע פֿאַר טראַנססעקסואַליסטן לויט אַ באַפֿעל פֿון דער רעגירונג.